Early Bird
Early Bird ends in
Ends Thursday night at 00:00
אין די טעג ווערט פראקלאמירט צום 4’טן יאהר, דעם מלכות'דיגע פראכטפולן שבת טיש ראפעל, אויף הערליכע זילבער שטיק אין ווערד פון גאנצע 35,000 פונט. די הערליכע שטיקער זילבער זענען פון די נייעסטע און שענסטע וואס זענען נארוואס ארויסגעקומען אויפן מארקעט, און וועלן מעגליך הערליך באשיינען אייער שבת טיש אויף א גאר רייכן מאיעסטעטישן פארנעם א יעדע וואך. פארן סכום פון 72 פונט באקומט איר איין איינטריט אינעם גורל, פאר 130 פונט 2 מאל, פאר 180 פונט 3 מאל + אן איינטריט אין א באנוס גורל. פאר 250 פונט 5 מאל + 3 מאל אין די באנוס גורל.
באנוס גורל. אינעם באונעס גורל וועט ווערן אויסגעראפלט א וואוטשער פון גאנצע 5000 פונט, מיט וואס איר קענט איינקויפן ביי די באקאנטע 'פריעדמאן'ס דזשולערי' הערליכע צירונג פאר די בני בית און משפחה. חייב אדם לשמח את אשתו ברגל.
זריזין מקדימין. צוויי באזונדערע ערלי בירד גורלות. פאר די וואס קויפן דעם ראפעל ביז ר"ח ניסן, די ערשטע גורל וועט זיין פאר טויזנט פונט אין הייפ סופערמארקעט די צווייטע גורל פאר 600 פונט מצות אין די סאטמארע מצה בעקעריי דא אין לאנדאן.
דער גרויסארטיגער ראפעל ווערט געלאזט אין גאנג אין די יעצטיגע טעג שטייענדיג אינעם ערב פסח סעזאן, ווען די געטרייע הנהלת הכולל דארפן אויסצאלן פאר די חשובע לומדי תורה אינערהאלב חבורת אברכים צעירים שע"י כולל יטב לב דסאטמאר לאנדאן זייער ערליך פארדינטע תמיכה לכבוד יום טוב, שטייענדיג אצינדער נאך א פולע זמן וואס מ'האט אפגעצייכנט דעם אומגלויבליכן ציהל פון לערנען-חזר'ן-פארהערן גאנץ הלכות איסור והיתר אין יורה דעה! מיטן קויפן דעם ראפעל זענט איר מחזיק דעם חשוב'ן מקום תורה וחלק כחלק יאכלו.
דער ראפעל וועט בעז"ה ווערן ארויס געצויגן בשער בת רבים יום א’ שבוע של פסח י’’א ניסן אינעם ביהמ"ד הגדול 26 Clapton Common.
כִּי הֵם חַיֵּֽינוּ וְאֹֽרֶךְ יָמֵֽינוּ, וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָֽיְלָה
.jpg)
.jpg)
.jpg)
%20(1).jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)
.jpg)